רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 5 בספטמבר 2014

תקנות פאר רבי'ס

מאת בעל מתקן

אזוי ווי אין די לעצטע פאר יאר האבן די מנהיגים איינגעפירט תקנות פאר בעלי בתים איז שוין הויך צייט אז כמים פנים אל פנים זאלן די רביס אויך אנטייל נעמען אין די טרענד און אנהייבן שפארן געלט פאר כלל ישראל. ספעציעל דארף מען אין אכט נעמען אז די רביס מערן זיך ווי היישעריקן און פאר יעדן רבי וואס ווערט נסתלק לחעוה"ב נעמען זיין פלאץ עטליכע יורשים וואס ראנגלען זיך אין דין תורות מיט קאורט קעיסעס און ווי ידוע קאספ דאס אפ ממון ודמים תרתי משמע דארף מען אנהייבן זען ווי מ'קען שפארן פון די גרויסע הוצאות וואס דאס קאסט אפ פאר'ן עמך איד.
א. פארענטשעס מעג זיין אויף בלויז איינע פון די צוויי זייטן. אויף די אנדערע זייט מעג זיין נאר טישן און בענק וואס מ'קען דערויף שטיין לעת הצורך.
ב. בעקיטשעס – מאקסימום דריי א יאר, אויסדריקליך נאר פאלי, נישט קיין זייד.
ג. זילבערנע שטעקענעס זאלן זיין בלויז פאלשע זילבער.
ד. קארס מעגן זיין סיי וועלכע מעיק און מאדעל, אבער זאל אומבאדינגט נישט האבן קיין שום קאסטום אפגרעידס!
ה. פאטאגראפירערס און סיי וועלכע באצאלטע פיקטשער כאפערס איז קיינמאל ערלויבט. טאמער איז וויכטיג קען מען אריין שטעלן א סיסטעם וואס זאל אטאמאטיש כאפן בילדער. (אבער מ'דארף נזהר זיין דאס צו פארלעשן לכבוד שבת ויו"ט.)
ו. לעלוס זענען באופן כללי נישט ערלויבט. אויב מוז מען, מעג מען האבן נאר איין סטראוב פון פארנט.
ז. פעלצן זאלן זיין בלויז סינטעטיש. (ווי באקאנט קען נאר א גרויסע מומחה אין דעם געביט זען די חילוק ווען ער נוצט א לופ.)
ח. באצאלטע אפ-עס, אינטערוויוס וכדו' מעג זיין נישט מער פון איינמאל א יאר.
ט. קוויטל געלט, פורים, אתרוג, מכירת חמץ, משלוח מנות, סידור קידושין - בר מצוה – תנאים וכו' געלט, די אלע זאכן קאסטן אפ פאר די בעלי בתים שווערע געלטער און ס'געווארן א סטענדארט וואס מ'קען נישט ערלויבן. דעריבער וועט מען קענען קויפן ביים שמש אן איינטריט קארטל פאר די גימטריא פון יואלי"ש. דער קארטל וועט ער סווייפן ביי יעדן פון די אויבנדערמאנטע מאורעות און די רבנים מיט די שמשים וועלן זיך אדורך קומען מיט די געלט.
י. יעדער רבי איז ערלויבט איין פול-טיים באצאלטע גבאי, און וואלונטירן הויז-בחורים פאר ביינאכט. אין די הויפן ווי בחורים אן א השגחה קענען זיין א סכנה, מוז דער הויף איינשטעלן א סעקיוריטי פירמע און דאס וועט באצאלט ווערן דורך די שניידן די שעות פון די פול-טיים גבאי בשעת די רבי לייגט זיך צו נאכמיטאג.
מיר דאנקען שטארק די אלע רבנים וואס טראץ זייער שווערע סדר היום האבן זיי גענומען די מיה ארויסצוהעלפן מיט צוריק שיקן די פראגע-בויגענס פון די ערשטע פאזע. אי"ה בקרוב וועלן מיר ארויסשיקן די פראגע-בויגענס פון די צווייטע פאזע.
יא. צדקה קאסעס
יב. נסיעות קיין אויסלאנד
יג. הלואות
יד. שכר לימוד פאר די הויף מענטשן
טו. רבי'שע שמחות

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.