רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 21 בנובמבר 2014

הספד על הרוגי הר נוף בירושלים ע"י האדמו"ר האהרוני מסאטמאר היום בישיבה גדולה

ירמי' הנביא איז מקונן מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה
את חללי בת עמי, די הערצער פון כללל ישראל פון דער גאנצע וועלט איז
צעבראכן אויף שברי שברים, מיר האבן אלע געהערט שמועות לא טובה פון עיר
הקודש ירושלים, קול נהי נשמע מציון, א קול א געוויין און א קלאג, הערט
מען פון ציון פון ארץ ישראל, ס'איז עלה מות בחלונינו, בא בארמנותינו, אין
פלטרין של מלך בתי כנסיות ובתי ומדרשות איז א מקדש מעט ס'איז
אריינגעקומען ישראל קדושים וואס קומען זיך צוזאם, מ'שטייט אויף אינדערפרי
צו עבודת השם עבודה זו תפלה, האט פאסירט אזא ביטערע אומגליק בעמדם לפני
ה' ווען מ'שטייט ביים דאווענען, מ'שטייט לפני ה' מעוטר בטלית ובתפילין, א
איד דאווענט פאר'ן הייליגן באשעפער, ער איז אנגעטון מיט די הייליגע מצוה
פון ציצית און מיט די הייליגע מצוה פון תפילין ער איז מתפלל פאר'ן
הייליגן באשעפער פאסירט אזא ביטערע אומגליק, מ'באפאלט זיי רוצחים אכזרים,
און זיי ווערן גע'הרג'ט מיט א מורא'דיגע אכזריות ס'זענען גע'הרג'ט
געווארן פיר אידישע נפשות, יראי ה' לומדי תורה מקיימי מצות ה', עכטע בני
תורה, וואס זענען גע'הרג'ט געווארן ה' ינקום דמים. חוץ פון די נפגע
געווארן באופן קשה מאוד.
נאך עטליכע אידן זענען זקוק לרחמי שמים דער אויבערשטער זאל העלפן און
שיקן א רפואה שלימה.

להמשך כנסו כאן:



דער נביא איז מקונן, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה, ואבכה יומם ולילה,
מ'זאל וויינען יומם ולילה בייטאג און ביידערנאכט על חללי בת עמי, בני
ציון היקרים המסולאים בפז, די וואס האבן מקיים דאס וואס שטייט אין פסוק
והגית בו יומם ולילה, אויף זיי זאגט ירמי' הנביא ואבכה יומם ולילה,
אזעלכע אידן וואס זענען מקיים והגית בו ימים ולילה, דארף מען וויינען.
יומם ולילה.
שבר על שבר יחדיו ידבקון, צרות אחרונות משכחות אחרונות, שוין חדשים און
וואכן, אסאך וואכן, ליידער לדאבון כל בית ישראל זענען גע'הרג'ט געווארן
נפשות נקיות טהורות אנשים ונשים וטף, ה' ירחם השם ינקום דמם!
כלל ישראל אין דער גאנצער וועלט וויינט און מתאבל אויף די קרבנות נעבעך,
די שכינה הקדושה וויינט מיט מיט כלל ישראל, כלל ישראל ישראל שרייט אויס
"ארץ ארץ אל תכסה דמם עד ירא וישקיף ה' מן השמים וינקום דמם השפוך!"
מ'זאגט אין די הייליגע טעג, אבינו מלכנו נקום נקמת דם עבדיך השפוך, דאס
האט מען געזאגט אויף די הרוגים אויכעט, השם ינקום דמם, נקמה אויף אידיש
בלוט וואס איז פארגאסן געווארן דאס קען נישט און איז נישט מעגליך מקים צו
זיין נאר דער הייליגע בורא וואס ער איז אן אין סוף, ער איז בכח נקמה צו
נעמען פאר אידיש בלוט, פאר די הרוגים און פון די אלע הרוגים וואס זענען
גע'הרג'ט געווארן אינעם לאנגען און ביטערן גלות וואס די אלע אומות רוצחים
האבן גע'הרג'ט אידישע קינדער, במשך פונעם לאנגען גלות, השי"ת האט מבטיח
געווען דם עבדיו יקום ונקם ישוב לצריו, אידישע קינדער מאמינים בני
מאמינים אונזער האמיר אמונה שלימה אז דער הייליגע באשעפער וועט מקיים
זיין אלע הבטחות וואס ער האט מבטיח געווען אויסצולייזן אידישע קינדער
פונעם ביטערן גלות אזוי ווי ער האט מבטיח געווען נוקם צו זיין נקמת בני
ישראל.
חלילה צו טראכטן פאר א בשר ודם צו טון א פעולה פון נקמה, דער טעות, eדי
מקור פון דעם טעות שטאמט פונעם רעיון הציוני, צו נעמען כלל ישראל אין די
אייגענער האנט אין דער האנט פון א בשר ודם דאס איז נוגע אין עניני אמונה
די פאסירונגען פון די לעצטע חדשים זענען א באווייז אויף דעם וואס נקמה
פון א בשר ודם איז גורם צוריק א נקמה, און די קרבנות זענען פירות פון
נקמות פון בשר ודם, אזוי גייט עס חבורה תחת חבורה, נפש תחת נפש, ליידער.
דער זמן איז גורם אביסל אריינטראכטן אן ערנסטע מחשבה, בשל מי הרעה הזאת,
וואס האט גורם געוועזן די ביטערע אומגליקן, מי יעלה לנו השמימה מודיע צו
זיין די חטאים עוונות ופשעים, קיין שום זאך איז נישט קיין מקרה אלעס
ווערט געפירט פון אויבן, אבער אז מ'קוקט אביסל מיט דער פליישיגער אויג
פארשטייט יעדער איינער, יעדער בר דעת, אז דער ענין פון התגרות באומות האט
דאס גורם געווען.
די חיות טורפות די אכזריות'דיגע רוצחים זיי דארפן נישט האבן קיין תירוץ
אויף רציחה, אז מ'טוט זיי נאך אויפרייצן מ'טוט אלע מיני פעולות זיי זאלן
צורייצט ווערן זעט מען עין בעין די פירות וואס קומט ארויס פון דעם רחמנא
ליצלן.
דאס וואס לעצטנס גייט מען ארויף אויפ'ן הר הבית איז א תירוץ צו דאווענען
און מתפלל צו זיין, ממה נפשך, פארשטייט מען אז דאס איז במקום הקדוש,
במקום המקדש, פארשטייט דאך יעדער איינער איז א איסור כרת פאר א טמא
אריינצוגיין אויף דעם מקום, וויל מען קומען מיט אן אויסשריי אז ס'איז
נישט מקום המקדש ממש, איז אויב אזוי וואספארא צורך איז צו גיין אהין?,
איז דען נישט דא פלעצער אין ירושלים וואו מ'קען זען דעם מקום המקדש נאנט
צום מקום המקדש, וואו מ'קען דאווענען אומגעשטערט און קיינעם נישט
אויפרייצן.
יעדער איינער ווייסט און יעדער איינער פארשטייט וואס עס איז די ענין וואס
מ'גייט אהין, דאס איז מיט'ן איינציגן ציל צו ווייזן פאר זיי "מיר זענען
די בעלי בתים דא און מיר זענען די מושלים דא! און קיינער וועט אונז נישט
איינטיילן וואו אונז זאלמיר יא דאווענען און וואו מיר זאלן נישט
דאווענען!"
דאס איז די זעלבע תאוה פון די מתנחלים צו ווייזן פאר יעדן איינעם מיר
קענען וואוינען איבעראל, ווייל מיר זענען די בעלי בתים דא אין דעם לאנד,
וואס דאס איז שורש פורה ראש ולענה צו אלע צרות און הריגות.
הערשט נישט לאנג צוריק האבן די ראשי השלטון געמאלדן אז מ'גייט בויען נאך
הייזער פאר אידן אין די מזרח זייט אין ירושלים, צווישן די אראבער, אין די
אראבישע געגנטער אין די אראבישע שכונות, אלעס כדי צו ווייזן "מיר זענען
דא די בעלי בתים.
"וואס רייצסטו אויף די רוצחים און ס'פאסירט ליידער וואס ס'האט פאסירט"
ס'איז נאך דא מופקרים זאגן בפה מלא "אז זענען גרייט אויפצובויען דאס בית
המקדש" יעדער פארשטייט אז מ'זאגט אזעלכע דיבורים וואספארא פייער דאס
צינדט אן, דער יצר פון שפיכות דמים פלאקערט דאס אויף באופן נורא.
יעדער בר דעת פארשטייט אז ס'איז געוואלדיגע השחתה און התגרות באומות און
דאס זענען ליידער די תוצאות און פירות פון דעם.
"מי יתן וואלטן אלע ראשי בני ישראל און אלע מנהיגים ארויסגעגאנגען מיט א
קול גדול אויף די מתנחלים און אויף די אלע וואס גייען אין זייערע דרכים
און אלע וואס זענען נשפע פון זיי, מיט א גרויסע געשריי עטץ זענען שולדיג
אין אלע צרות אין אלע הריגות! און עטץ טראגטס אן אחריות פאר אלעמען!".
ס'דא א ווארט פון פעטער ז"ל אין דברי יואל פרשת וישלח, יעקב איז געווען
גענוג שטארק אז ער זאל זיך קענען אן עצה געבן מיט עשו הרשע, מיט זיינע
מחנות, נאר יעקב האט געוואלט ווייזן א וועג פאר זיינע קינדער און פאר אלע
דורות ביז משיח וועט קומען, אז מ'טאר זיך נישט רייצן מיט די גוים מיט די
אומות קודם ביאת המשיח. און דאס האט יעקב געזאגט עם לבן גרתי ולא נעשיתי
שר וחשוב, כ'האב מיר נישט גערייצט נישט מיט לבן כ'האב מקבל געווען דעם
עול הגלות.
און דאס קען זיין בזמן שקול קול יעקב, אין זמן וואס דער קול פון אידן איז
קול יעקב "עם לבן גרתי לא נעשיתי שר וחשוב" איך רייץ מיך נישט מיט די
גוים מ'איז מקבל דעם עול הגלות, ווילאנג דער אויבערשטער הייסט זיצן אין
גלות, און מ'גייט אין די דרכים פון יעקב אבינו דעמאלטס איז דא די הבטחה,
אין הידים ידי עשו, זענען נישט שולט די ידי עשיו, אבער חלילה ווען מ'איז
עובר אויף דעם און מ'איז זיך יא מתגרה באומות דארף מען נישט ארויסברענגען
אויפ'ן מויל וואס איז דעמאלטס, השם ירחם.
אונז זאגן מיר תשעה באב אין די תפלה פון נחם, זאגט מען "לבי לבי על
חלליהם" מ'דארף צו פארשטייען דעם דאפלטן לשון לבי לבי על חלליהם.
קען זיין אזוי, איינמאל מיינט מען לבי מיין הארץ איז צעבראכן מיין הארץ
איז פארווייטאגט, מיין הארץ וויינט על חלליהם, על חללי בית ישראל, דאס
צווייטע איז מיין הארץ און פארווייטאגט און מלא טענות אויף די וואס האבן
גורם געווען זיי האבן צוגעשפילט זיי האבן געטון פעולות צו ברענגען די
ביטערע אומגליקן.
מ'דארף ארויסקומען מיט א גרויסע קול מחאה קעגן די וואס פירן אן דעם בויען
אידישע ישיבות אין מזרח ירושלים וכדומה, און דאס גלייכן, אין די אראבישע
געגנטן. מ'דארף וויסן מיט דעם רייצט מען אויף די רוצחים, און והא ראיה,
די רוצחים קומען פון דארטן, דאס ברענגט די ביטערע רציחות די ביטערע
אומגליקן השם ירחם.
בעת כזאת זענען מיר אלע מתפלל אלע אידן פון די גאנצע וועלט זענען מתפלל
צום הייליגן באשעפער שומר ישראל שמור שארית ישראל, דער הייליגער באשעפער
זאל אפהיטן אידישע קינדער, הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל, דער
אויבערשטער זאל אפהיטן אידישע קינדער פון דער גאנצער וועלט, די חיות
טורפות זענען מצוי אין די גאנצע וועלט, שה פזורה ישראל אין די גאנצע
וועלט, מ'דארף האבן רחמי שמים מרובים אין די גאנצע וועלט, א שמירה יתירה,
זיי ברענגען אריין אידישע קינדער אין א סכנה נישט נאר אין ארץ ישראל נאר
אין חוץ לארץ און אין די גאנצע וועלט, ה' ירחם על עמו ישראל בכל מקום שהם
ויצילם מכל צרה וצוקה.
מריחוק מקום שיקן מיר אונז א כוס תנחומים פאר די אבלים די צעבראכענע
אבלים די משפחות זייערע המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים ,
און מיר זענען מתפלל פאר א רפואה שלימה פאר די אנדערע אידן נעבעך, און
דער אויבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן האבן א רפואה שלימה בקרוב, און דער
אויבערשטער זאל העלפן אז לא ישמע עוד שוד ושבר בבית ישראל, און מיר זאלן
אלע זוכה זיין צו גיין אנטקעגן דעם גואל צדק במהרה בימינו אמן

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.