רשימת הבלוגים שלי

יום שישי, 3 באפריל 2015

מנשה לוסטיג / פסח ע''ה מאמרים (ב)

מאת מנשה לוסטיג

יא, נעקסט פליז! וואס איז אייער נאמבער?
איר רעכנט? ס'איז פסח'דיג דא? מ'קען באשטעלן קעיסעס??
אט די פראגעס הער איך א גאנצע טאג כאטש זעקס און פערציג מאל א שעה, און כ'פארשטיי נאכאלץ נישט דעם פראגע..
בין איך נישט דא אלץ רעכענער? איז יעצט אפשר נישט ערב פסח? און שטייט דען נישט גרויסע אותיות אויפן דלת, אז מ'קען באשטעלן קעיסעס??
און כאטש איך זאג, יא אוודאי, און כ'שטיי גרייט צום דינסט, איז מען נאכאלץ נישט רואיג.
איך וויל באשטעלן א א קעסטל עפל, אבער ס'גוטע עפל? איך וויל די ביליגע..
אה, איר ווילט די ביליגע און איר פרעגט אויב ס'גוטע עפל, און איר מיינט כ'וועל אייך זאגן, ניין, מיר פארקויפן נאר טייערע און זויערע סחורה..
יא, מיר האבן די ביליגע פיינע עפל פאר קאמפאט און צום עסן, און לייגט ארויס אייערע איבריגע זאכן און מ'וועט עס רעכענען און אפשיקן צו אייך אהיים.
כ'זיך א צינדער..
אקעי, אקעגן די פרידזשידער אין אייעל זעקס, ליגן צינדערס.
ס'איז כשר לפסח?
וואס מיינט איר צו פרעגן.
ס'דא וואס האט א הכשר?
איך פלאץ אויס אין א געלעכטער... וואס נאך דארף אלץ א הכשר, און אז מ'וועט עס האבן וועלן שוין אלע זיין העכסט צופרידן און האבן א פרייליכן יום טוב...
און יענער לויפט פון איין רעדזשיסטער צום אנדערן, אפשר דער אנדערער וועט געבן עטוואס ביליגער אויף דעם שטיק כריין, וואס קוקט אזוי בייז אויף זיינע קונים.
אוי כ'האב פארגעסן, איך האב צוריקגעברענגט א שאכטל קעיז, מיינע שונאים זאלט איר שיקן אזא קעיז..
און איך ווערטל זיך צוריק, געבט מיר זייער אדרעסע און איך שיק זיי עס זאפארט אהין..
וואס נאך דארפט איר.. איר האט דאך שוין אלעס געקויפט נעכטן און אייער נעכטן..
איך זיך די שמאלע קליינע דינע פלעסטיגע שטארקע פלעשלעך..
ניין, אויף פסח פארקויפן מיר נאר די גרויסע באטלעך פאר מאסט, און די קליינע איז דא צו באקומען נאר פורים צייט.
נו זאל זיין פורים, איך דארף יא יענע קליינע דינע שטארקע פלעסטיגע  שמאלע פלעשלעך.
זאגט מיר נישט אז איר ווילט צוריק מישן דעם קאלענדער צו פורים, וויפיל ריטערנס איר האט געמאכט דעמאלט, און ביז מ'האט געזען פון אייך א העד טשעק אויף בעסערע צייטן, וכולי האי ואולי..
אקעי, וואס איז מיין דעמיטש??
אייער דעמעטש? אז איר האט נאך א אלטע באלאנס, און האט נאך היינט נישט דאס גאנצע תשלומין, איז עס אייער דעמעטש?
אוי, כ'האב פארגעסן צו פרעגן. [נו פרעגט שוין..] ווי ליגט די 'ווערים ספריי'...
איר מיינט פאר מוראשקעס?
ניין פאר מאריטשקעס..
יא יא.. מאריטשקעס האבן מיר אויך.. און אייער ספריי ליגט אייעל פינעף. נאך עפעס?
בלי אומר ודברים, נעמט ער זיך ארויפטראסקען איבערגעפילטע זעקלעך מיט פעטרישקע און מייערן, אז כ'זאל האבן הונדערט זעלנער אונטער מיין באזיץ וועט עס אויך סטייען גענוג און אויף איבריג.
אבער אבי מ'האלט שוין ביים רעכענען יענעם, און בדיל ויעבור ער זאל זיך שוין גיין פון דא..
ס'פליעט.. זאכן, עפעלעך ראוילען זיך.. און זעקלעך גיסן זיך.. און ער פרעגט מיר, יענס איז אויך מיינס אויפן פלאר?
ווייסעך וואס? דער לייגט ארויף זאכן פון רעכטס און לינקס, ווייסט נאכנישט פון וועלכע וועגעלע פון א שכן אין די רייהע ער האט עס בטעות ארויסגענומען און אויפגעלאדענט דא.
איך יאג זיך שנעל מיט עהם, אבי צו האלטן ביים נעקסטן פעיגער, אפשר פילייכט גרינגער ווי דער ערשטער און צווייטער אנלייגעניש.
אפשר א גוטע נשמה? מ'דארף פארשטיין – קלער איך, אז ס'ערב יום טוב, און ס'שווער דן זיין איבערגעשטרענגטע מענטשן אין אזעלכע אומשטענדן.
אבער איין זאך שטרייך איך אונטער, אז בכיסו בכעסו ובכוסו, זעט מען קלאר אויף יעדן באזונדער, וויאזוי ער האנדעלט מיט אנדערע אין געשעפט.
ס'דאך איין שטעטעלע יודען, און מ'קומט זיך אויס איינער אויפן צווייטענס חשבון, פאלט עס נישט ווייט פון א מחותן צו א בלוט קרוב פון וועלכע זייט נאר.
איך פארשטיי דאך מיין שטעטל, מער ווייניגער, אבער אז יענער נעמט פייניגן דעם ערל וואס פאקט עהם איין די זאכן אין די באקסעס – איך וויל אהיימנעמען מיט מיר די אייער און די מילכיגס און די פיש און די פלייש און די טשאקלאד און די דזשעליס..
אבער רעב יוד, ס'שוין איינגעפאקט, פארוואס דערמאנט איר זיך ווען ס'שוין אויפן וואגן צום דעליווערן..?
און יענער שרייעט מיר צוריק  מיט העזה, און פארוואס רעגט זיך דער גוי??
וואס הייסט פארוואס, ער קען דיך נישט פון שול? פון חדר? ער זעט קליפ און קלאר אז דו ביסט מפוזר ומפורד..
דאס אלעס זאג איך חלילה נישט יענעם אין פנים, אבער די מצב רעדט פאר זיך, און דאס איז דאך א חלק פונעם שענקן און סערווירן, אז מ'דארף נאכאנאנד ווישן די נאז און שווייגן..
האלט איך טאקע אלץ נעבן מיין טישל א שאכטל טישוס, און וויש אוועק נאך יעדן באלאגאן, און בדיל ויעבור! זאל זיין לכבוד יום טוב!
דער ערל וועט דאך נישט קענען נאר זיינע פאר גרייצער פאר זיין עבודת פרך. איך האב וועל דאך מוזן לאכן און לחיים געבן דאס רוב פון די קונדן דא, איז דאך נישט קיין חשבון צו זאמלען שונאים פאר חצי בחינם.
איז גוט יום טוב אלע יודען.. דער עיקר איר האט שוין אלעס? אז נישט, כאלאמויעד זעמער ווידער אפען.. קומט און האט הנאה – צו פרעגן אלע סארט מאדנע פראגעס, האט נישט מורא! ס'יום טוב אויפן וועלט.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.