רשימת הבלוגים שלי

יום שני, 20 באפריל 2015

א ווארט פון מנשה לוסטיג

פון מנשה לוסטיג

אין א גאנץ הייסע פרילינג מארגן, איז דאס פארגעקומען..
ווען איך האב זיך געגרייט, מיט א לייכטע פיבער און דאפעלטע באווארעניש, איך זאל גארנישט פארגעסן, וואס איך דארף אלץ מיטנעמען מיט מיר, אהין.
איך דארף היינט וויכטיג ערלעדיגן, א נייע קאנטע אינעם דור ישרים אפיס, און פאר דעם פראצעדור, וועל איך מוזן האבן אין מיין טאשקע גרייט, אלע – אבער אלע, וויכטיגסטע דאקומענטן, וואס א בירגער בעולם הזה, ברויך צו האבן אין זיין באזיץ.
דאס פאספארט, געבורטס-שיין, סאשל-סעקיורעטי קארטל, און נאך וויכטיגע 'ארגינעלע דאקומענטן', וואס מ'דארף האלטן אין א מקום משומר, ווייל אן דעם איז מען 'אויס מענטש'..
הכלל, מיסטער שווארץ האט מיר אנגעזאגט קלאר, אז איך זאל זיין אין צייט גרייט, ווייל ער וועט מיר אויפנעמען גאנץ פריה, כדי מיר זאלן אנקומען אין צייט – און נישט פארפאסן דאס ערמערדזשענסי אפוינטמענט, וואס מיר האבן ערלעדיגט.
דאס איז פארגעקומען עטליכע יאר צוריק, ווען ס'האט זיך גע'האנדעלט פון א ערנסטע שידוך, און ס'איז א שאד אז די דאזיגע טעסט זאל אפהאלטן די זאך.

להמשך כנסו כאן:

 
יא, איך האב ברוך השם זיך אריינגעזעצט אינעם טראק זיינע, און יא, איך האב ביי מיר געהאט אלעס וואס איז נויטיג, אפילו א בינטל איבריגע הונדערטערס, אויב אפשר מ'וועט דארפן צאלן מער, אדער וואס נאר מען ברויך, זאל עס נישט אפהאלטן.
און מיר האבן דערגרייכט אהין, און אפגעאטעמט פריי, ווען מיר ווארטן אויף אונזער רייהע, זיך צו לאזן אויסציען א פלעשעלע בלוט – פאר די טעסט געברויך, און איינגעבן די וויכטיגע פאפירן – וואס וועט זיכער מאכן ביום שמחה, אז זאכן זענען בסדר.
און נישט לאנג האט געדויערט, ווען מיר ערהאלטן דעם קאנווערט, דערינען דעם פארהעלטמעסיגע נומער מיינע, וואס איז די נומער פון מיין טעקע אין זייערע ארכיווען.
מיר פארן אהיים היבש צעפרידן, געלויבט דער פון אויבן, אז מיר האבן עס ערלעדיגט, און מיר זענען העכסט גרייט, מיט א ריזן שטאפל פאראויס, פאר פרייליכע מאמענטן.
ביז וואס ווען וואו, איז שוין נאכמיטאג, און ס'וועט נאך נעמען א רינדיגן שטונדע, די וועג אהיים פון שטאט, ביז מיין היים שטאט שיכון סקווירא.
בעפאר מיר פארן ארויף אויפן וואשינגטאן בריק, זאג איך שוין דעם דרייווער, אז ביים אנקומען, זאל ער מיר צופירן צו מיין הויז, כדי כ'זאל די וויכטיגע דאקומענטן און דעם קאנווערט, אוועקלייגן אין א מקום משומר, נאך פאר איך ווער באשעפטיגט מיט אנדערע זאכן.
און תוך כדי דיבור, כאפ איך א ציטער.
...און וואו זענען זיי טאקע מיינע דאקומענטן? אוי! איך האב עס נישט..
וואס גייט פאר מיט מיר? איך האב אויסגעטון מיין קאפעליטש, און אראפגעלייגט דעם גאנצן פעקל – דערינען אלע דאקומענטן, און..
ואיננו!!! געוואלד!
כ'בעט דיך דרייווער, שטעל אפ דעם טראק פארן בריק, איך מוז עס טרעפן יעצט, ווייל ליבי אומר לי... אז ס'ליגט נישטא.
איך טאפ אויס מיינע טאשן, פון קאפ ביז פוס, און בלויז עטליכע איינצעלנע דאלארן פארמאג איך אינעם בעק טאש.
איך הייב אן ווילד זוכן, אונטערן סיט, העכערן סיט, אין די פאדערשטע טייל פונעם טראק, אין די אונטערשטע טייל פונעם טראק, אינמיטן, אויבן אונטן... איננו!!! פארשוואונדן!
איך הייב אן שווער אטעמען, וואס טו איך דא?
און דער דרייווער זאגט מיר, געב א קוק, אדער האסטו עס פארגעסן אינעם אפיס דארט, אדער איז עס ארויסגעפאלן פונעם טראק, אבער אינעם טראק ליגט עס נישט, ריכטיג?
ריכטיג זאג איך, אבער וואס טו איך יעצט?
איך וועל קלונגען אינעם אפיס, און בעטן זיי זאלן אויך קוקן אויף די טרעפן, אין די עלעוועיטער דארט, און אויפן הויף ארום דארט, און אויב זיי וועלן עס נישט טרעפן, וועט מען דעמאלטס קלערן מער ערנסט, וויאזוי מ'קען איבערמאכן דעם פראצעדור, איבערמאכן דעם פאספארט, פארשאפן נייע סאשל סעקיורעטי קארטל.
- און די בינטל געלט?.. א כפרה.. אוי לאמיר כאפן דעם אטעם.
מיר פארן ווייטער.. און כ'בין באמת אובד עצות, די קאפ וויי וואס ווארט מיך יעצט פריש אפ, מאכט מיר שוין יעצט ווילדע הארץ קלאפענישן.
איך זאג דעם דרייווער, אז צו מיר אהיים האט שוין נישט קיין אורזאך צו פארן, ממילא, ווען ער קומט אן קיין סקווירא, זאל ער מיר בעסער אראפלייגן ביים בית המדרש, וועל איך כאפן א תהילים'ל, און קודם מתפלל זיין מיט א אמר ר' בנימין..
מיר בליצט אויף אין קאפ, אז היינט איז דאך פסח שני, די הילולא קדישא רבא פונעם תנא האלוקי 'רבי מאיר בעל הנס' זיין זכות זאל מיר העלפן יעצט.
און דער דרייווער פירט מיר צו, נעבן דעם שול ביים איינגאנג אויף טרומאן גאס.
איך שלעפ מיך אריין אין שול, אינגאנצן צעטומעלט, וואס טוה איך ווייטער?..
איך האלט עס נישט אויס.
איך שפרייז אריבער דעם שול ביזן אנדערן פאליש, און כ'זע דארט זיצט ר' ברוך פרידמאן – דער גבאי פונעם קופת מוסדות סקווירא ירושלים - צדקת רבי מאיר בעל הנס!
איך שלעפ ארויס די פאר סינגעל דאלערס - פון מיין הונטערשטע טאש, און איך זאג שנעל.
איך האב עפעס פארלוירן וויכטיג, איך געב דא אפאר דאלער, איך טראכט, אז די לעצטע דאלער, לייג איך יעצט אינעם פושקע פון רבי מאיר בעל הנס - וואס ליגט אויפן וואנט.
אומר ועושה, איך מאך צו די אויגן, און שעפשע א תפילה קצרה, 'אלקא דמאיר – דער גאט פון רבי מאיר בעל הנס, ענני – ענטפער מיר יעצט'..
און מיט הארץ און מח, שטופ איך אריין טיף טיף, דעם דאלער אינעם פושקע.
גענוי, וואו אין א סאדע מאשין! מלייגט אריין א דאלער, און עס פאלט ארויס א פלעשל..
- איך האב אריינגעשטופט דעם דאלער.. און איך שפיר א קלאפ אויפן רוקן.. דאס איז דיינס???
יא, דאס איז דיינס.. איך זע דא דיין בילד אינעם פאספארט..
ניין.. איך גלייב נישט וואס איך לעב מיט.. וואו גענוי האסטו עס געפונען?
איך האב פארקירט מיין קאר דעם זייט פונעם שול, און כ'עפען דעם טיר פונעם קאר, זע איך דעם פעקל אויפן ערד..
ס'קען דאך נישט זיין! שריי איך היסטעריש..
ביסטו זיכער האסט עס געפונעם דעם זייט פונעם שול? איך בין דאך אנגעקומען פון שטאט, די אנדערע זייט פונעם בנין..
איי איי אלקא דמאיר ענני.. שרייעט ארויס א געזאנג פון מיין הארץ.. אלקא דמאיר ענני – די סגולה וואס העלפט אלץ.
איך זעץ מיך אראפ, און מיין קאפ דרייעט זיך פון שטוינונג.
ווען איך הער ווי אין חלום, דעם געזאנג אין זאצן פון ר' משה גאלדמאן ע''ה.

א. לאמיר אייך דא ערקלערן, ווי אזוי קען דאס זיין?
ווען עס פליסן טייכן טרערן, פון צרות און פון פיין,
קענט איר באלד געהאלפן ווערן, עס איז דאך אן עצה פארהאן,
אפאר ווערטער לאזט איר נאר הערן, און געהאלפן זענט איר שוין דאן.

ב. די סגולה האבן מיר שוין פון יארן, איבער געגעבן אונז פון דור צו דור.
היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון, די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר.
ווען דו ביסט חלילה אין א צרה, א מטבע אין די האנט נעם,
און דער הייליגער רבי מאיר פון די גמרא, ארויס נעמען וועט דיך פון דיין קלעם.
פזמון:
און זאג: אלקא דמאיר ענני, יעדער איינער קען נאר די אדרעס,
אלקא דמאיר ענני, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס. (2X)

ג. ווען דאס הארץ בענקט נאך אביסל פרייד, די ערשטע זאך וואס קומט אויפן געדאנק,
אפילו דער קאפ איז דיר פארדרייט, דו ווילסט שוין הערן א פרייליכן געזאנג.
אין די געהויבענע מינוטן, דעם באשעפער קיינמאל פארגעס.
געבן וועט ער דיר פון אלעם גוטן, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס.

ד. די סגולה האבן מיר שוין פון יארן, איבער געגעבן אונז פון דור צו דור.
היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון, די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר.
ווען דו דאווענסט, און בעטסט פאר הצלחה, פאר דיר, דיין ברודער אדער פאר דיין פריינט,
אפילו ביי א שמחה אין די משפחה, האב גרייט א מטבע אין דיין האנט.
פזמון:
און זאג: אלקא דמאיר ענני, יעדער איינער קען נאר די אדרעס,
אלקא דמאיר ענני, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס.

און פון דעמאלטס און ווייטער, האב איך מיר איינגע'חזר'ט דעם מאמר קדוש פון ר' דוד'ל זלאטיפאלי זי''ע אינעם נאמען פונעם בעל שם הק'.
'פאר משיח וועט קומען, וועט נישט זיין קיין אנדערע עצה, געראטעוועט צו ווערן פון אלע צרות, נאר יעדן טאג זאל מען אריינלייגן א מטבע אינעם פושקע פון רבי מאיר בעל הנס, און בעטן פאר זיך און די בני בית.
און זייט דעמאלטס, פראביר איך יעדן טאג אריינלייגן א קוואדער – אינגאנצן איין קוואדער איז עס, און עס העלפט וואונדערליך.
גלייבט מיר טייערע יודען, איך בין שוין אריבערגעשוואומען זייער זייער אסאך, און אט דעם קוואדער אינעם פושקע יעדן אינדערפרי, יעדן ערב שבת און ערב יו''ט פאר די טעג וואס מ'קען נישט לייגן, און עס העלפט הייליג וואונדערליך.
עס העלפט אויף אמונה, אויף חיזוק, אויף גשמיות אויף רוחניות, אויף געזונט, אויף נחת, אויף שמירה, אויף הצלחה, אויף אלעס! ווייל וואס עס דארף זיין גוט, דאס ווערט, און טאמער איז בעסער נישט, ווערט עס בעסער נישט, און בזכותו זעט מען פארוואס נישט אויך!
אלקא דמאיר, טייטשט דער הייליגער מהרש''א, אז רבי מאיר האט אזוי געבעטן:
דער גאט וואס האט געמאכט לייכטן אין די צייטן פון די יוונים – בעניני רוחניות, ענני – ענטפער אונז אין די צייטן פון מלכות רומי האדומי – בעניני ברוחני וגשמי אויך.
און ער העלפט!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.