רשימת הבלוגים שלי

יום ראשון, 17 במאי 2015

די חוצפה פון די רבנים דערגרייכט עד לב השמים

מאת סאטמארער

זיצן רבנים וואס לעבן אויף ציבורס געלט, (די וואס נישט האבן זייערע עלטערן שוין גענוג פארדינט אז זיי זענען היינט די רייכסטע פון שטאט) ס'שטייט א פראבלעים וואס ברענט אז ס'איז נישטא וואו צו וואינען, א יונגערמאן צאלט $3200 רענט, פארן בלויזן חטא אז ער האט 5 קינדער אין שטב, און אזא צייט וואלט געדארפט זיין די ערשטע זאך אז די רבנים זאלן צוהעלפן אויף צו קומען מיט א לעזונג, ארויס העלפן די עסקנים וואס טרייען צו מאכן א נייער ישוב, מוואלט געדארפט לייגן אלע אנדערע זאכן און א זייט, סאיז א שעת מגיפה, דער עולם שטארבט פאר הונגער, סאיז נישטא קיין ברירה דער איינציגסטער וועג צו לייגן ברויט אויפן טיש איז דורך גנב'נען פון די רעגירונג, אויב וויל מען קענען לעבן בהרחבה אן א דאגה אז מארגן ווען דער לענדלארד וועט א שידוך טוען גייט ער מיר ארויסווארפן פון די דירה מוז מען זיך אליין קויפן א דירה'לע אבער צאלענדיג געשוואלענע פרייזען רענט אלע יארן איז דאס נאר מעגליך צו ערייכען אויב מבאגנב'עט א באנק, יא באגנבענן א באנק! דורך שארטסעילס, קרעדיט קארד סעטעלמענט וכדומה, און לאמיר נישט פארגעסן אז צוויי מאל א חודש פיקט מען דא אויף דער עולם באישון לילה, פאר ווייב און קינדער'ס אויגן, מ'קייטעלט זיי, און דא ענדיגט זיך זייער א דאגה פון דארפן דעקן דעם חודש, נו וואלט געווען פארשטענדליך אז דער רב וואס קומט געצאלט זיך צו זארגן פארן ציבור, און האט א השפעה אויף אפאר יודן אזאש אז ווען ער מאכט חתונה צאלן זיי אים צוויי הודערט אלפים פארן וועד החתונה, אז זיי זאלן זיין אזוי גוט און טוען עפעס צו די זאך, זענען אבער געקומען די רבנים און געזאגט ניין זיי אלע האבן זיך אויסגעדרייט די רוקן צו זייערע ברויט געבער און געזאגט מיר האבן אייך פארפאקט מיר האבן וואו צו וואונען, מיר האבן די גרעסטע הייזער און שטאט און זייטס אלע געזונט און שטארק.
די שקצימלעך האבן זיך פארזאמעלט מכלומרשט צו ווייזזן אז מטוט פארן ציבור און קוק מיט וואס די זאך האט זיך גענדיגט, עפעס א אפגעריסענע קול קורא מיט אומוויכטיגע נושאים, נושאים וואס גייט קיינעם גארנישט העלפן, סך הכול יצחק שטערן מיט הערשל קלאר וועלן קענען אויספירן אז וויליאמסבורג גייט נישט בויען פאר ארטיסטען, און סגייט נישט זיין קיין האטעלען, מעשיגענער! דאס איז די פראבלעים? דאס איז וואס ס'באדערט דעם עולם? איז נישטא עפעס וויכטיגער אויפן טיש? אז מגייט יא בויען אלעס פאר יודן גייט דאס עפעס העלפן? גיי איך צאלן מיט א פעני ווייניגער רענט? גייט א עוורידזש פארדינער קענען אפילו טראטען פון קויפן א דירה?
רבותי לא עת לחשות, מיר וואלטן געדארפט מאכן א פראטעסט קעגן איבער די אסיפה היינט און שרייען רוצחים, בלוט זויגער, טרעט אראפ פון אונז זאגט אונז נישט קיין מוסר ביז איר טוט וואס איר דארפט.
און לאמיר נישט פארגעסן אז די רבנים פאנדרעיזן פאר אלע שגיונות ריזיגע געלטער, רוב פאר נישט וויכטיגע צוועקן, אבער און דעם איינעם פרט וואס בארירט יעדען נארמאלער מענטש האלטן זיי זיך נישט ביים צוקראצען, (די סיבות זענען פארשטענדליך) סאיז פשוט אז ווען סאיז ווען דא געלט וואלט מען שוין לאנג געהאט אנגעקומען ווי מדארף
מיר רופן אויס צו די רבנים
מיר דארפן נישט קיין מקוואות און אוקריינע
מיר דארפן נישט קיין קיין אוהל און מאגלעניץ
מיר דארפן נישט קיין בתי חיים און אונגארן
מיר דארפן נישט קיין מערכה קעגן די עירוב
מיר דארפן נישט קיין אינטערנעט אסיפות
מיר דארפן נישט קיין וועד הכשרות און יעדע קהלה, איין אלגעמיינע הכשר איז גענוג
מיר דארפן נישט קיין הונדערט שולן און יעדע שטאט
מיר דארפן נישט קיין וועד לקדושת עיר וויליאמסבוורג
מיר דארפן נישט קיין וועד החתונה'ס ווען איר מאכט חתונה איר אייניקלעך
מיר דארפן נישט קיין ביקור חולים'ס
מיר דארפן נישט קיין דרייסיג דיינים און יעדע קהלה
מיר דארפן נישט קיין מעלדונגען אין די צייטונגען וועגן קורצע געפאסטע פארביגע קליידער
מיר דארפן נישט קיין טעג ארגנזעישאן
מיר דארפן נישט קיין אריזאנע ווייץ
מיר דארפן נישט קיין שחיטה מונחת
מיר דארפן נישט קיין שחיטה מהודרת
מיר דארפן נישט קיין משומר פילטער
די אלע זאכן איז איבריגע קאסטען פאר יודן וואס האבן נישט צום לעבן פאר זיך אליין
ווי אויך דארפן מיר נישט שטיצען קיין ארץ ישראל'דיגע מוסדות ווילאנג מיר אללין זענען מסודר, הערט אויף שנארען פון די ארימע פאר מוסדות און ארץ ישראל, שומרי החומות, רבי מאיר בעל הנס, בעלי תשובה צענטערן, קירוב רחוקים, מיר דארפן זיך קןדם אליין מסדר זאכן.
ווילאנג די דירות פראבלעים איז נישט מסודר איז נישטא וואס צו רעדן פון אלע אנדערע זאכן און ס'איז נישט מענטשליך צו זיין פארנומען מיט עפעס אנדערשט, אויב ווילט איר נישט רעדן פון די נושא דאן זיצט אינדערהיים און קלאצט אויפן דאך, רעד נישט פון קיין אינטערנעט און אונטערוועש, די אלע זאכן לאז פאר ווען אונז וועל מיר זיין איינקוארטירט ווי נארמאלע מענטשן

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.