ווען ס'האט פאסירט, האב מיין זיכרון מיר פארגעלייענט א אלטן עפיזאד –
פון צען יאר צוריק – וואס שפילט זיך יעצט ממש ווידער אפ, פאר מיר.
ס'געווען א יוד מיטן נאמען 'חיים האלשטוק' שוין היינט עליו השלום.
ער איז געווען פון די שיריים פונעם שואה, וואו ער האט איבערגעלאזט
זיין רייכע יחוס, אבער היינט איז ער געווען פאר זיך אויסגעברענטע קערפער, אן
משפחה, אן פרנסה, אן חברים, אן קיין שום כבוד עצמי.
ווען איך האב עהם געזען אויסלייגן זיינע 'סחורה' צום פארקויפן אינעם
מארק, האב איך שנעל פארשטאנען וואס דער מיטגעמאכטער יודל, מיטן צעקנייטשע פנים און
אויסגעוויינטע אויגן, נעמט נאך חיזוק אויף דעם וועלט.
נישט האבנ'דיג גארנישט, האט ער דאך געזוכט עפעס, און ער שוין געווען
זיכער איבער די אכציג יאר אריבער, ווען ער איז ארומגעקראכן פון געגענד צו געגענד,
און אויפגעטון זיינע עסקים, אבי צו פארגעסן פונעם הווה, האט ער אלס געטון צו לעבן
וויפיל ס'גייט עהם, און ווילאנג ס'גייט עהם.
פשוט איז ער געווען פאר'רעכענט אלץ א וואנזיניגער – א שוטה, אבער לויט
זיינע עסקים – וויפיל ער האט זיך געטויגט פאר זיך אליינס, וואלט איך געוואונטשן
זיינע קלוגע אקטיוויטעטן, פאר יעדער פערזאן וואס זוכט א לעקציע אין פארבעסערן א
לעבן אין נויט, א לעקציע וואס איז אדורכגעווייגט מיט ערפארונג, אויף זיין אייגענע
מיטגעמאכטע נפש'ל.
כ'האב געזען אויף עהם, דעם אלטן יודישע אויסדרוק, א יוד געבט זיך א
עצה, און א גוי הענגט זיך ביים פלייצע.. ער האט זיך אלץ א עצה געגעבן, אין יעדע מצב.
איך געדענק עס ווי היינט, ווען א קורצע צייט פאר ער האט צוריקגעגעבן
זיין נשמה, האט ער נאך היבש ארומגעקלעטערט מיט זיינע פארנומענע אקטיוויטעטן, און
דאן האט ער אנגעהויבן מאכן בילדער ביי חתונות, ביי מסיבות, פאר בחינם.. און מיט א דיספאוזעבל קעמרע!..
איך האב שוין נישט געהאט קיין ספק, אז ער פראבירט מיט אלע כוחות זיך
צו האלטן יונג, און פארגעסן פונעם מציאות זיינע.
און ביי איין היימישע חתונה, זע איך ווי ער שטעלט ארויף זיין נידריגע
געוויקס אויף א בענקל, און הייבט אויף א קינדישן דיספאוזעבל קעמרע, און פראבירט צו
כאפן פונעם חתן וואס טאנצט אינעם רינג – א בילד.
ריקט זיך צו א מיטל'יעריגע יוד, און רופט זיך אן צו עהם מיט שפאט:
חיים ביסט אינגאנצן משוגע געווארן? אזא עלטערע יוד זאל נאך פאטשקענען מיט
קינדערישע שפילצייגן? כאפ אריין ווילאנג דו לעבסט..
ווי נאר כ'האב דאס געהערט, האב איך אנגעקוקט דעם מיטליעריגער לויזער
צונג, מיט ביטול, אז ער קען אזוי רעדן.
אבער! איך האב דאך נאכנישט טיף פארשטאנען דעם שרעקליכן זינד וואס
יענער האט געמאכט, ביז חיים אליינס שפרונגט אראפ פון בענקל אויף וואס ער איז
געשטאנען, און עפענט אויף אפאר אויגן אויף יענעם מיט רוגזא, און הייבט אן פארלאזן
דעם זאל..
און חיים שרייעט צו יענעם אויפן וועג ארויס: פארשטייסט מיר? איך קלער
יעדע רגע אין טאג, אז איך גיי אט אט שטארבן.. און דו ווילסט מיר דערמאנען!! הא??
און ער איז אהיימגעלאפן.. [צו די פיר ווענט!]
יעצט לעצטענס האב איך מיר פריש דערמאנט אין חיימ'ס תרעומת.
איך זיץ פארטיפט אין מיינע
מחשבות, אין א מקום ציבור, זעצט זיך צו, נעבן מיר, א מיטליעריגע 'אדם חשוב' וואלט
איך געזאגט, ווייל איך לגבי עהם איז בעיני הבריות א טרעפל נידריגער.
- ער הייבט מיר אן שטעלן אויף א קרייץ פארהער.. וואס טוט זיך? וואס
טוסטו מיטן טאג?
האב איך געשמעקט אז דער וויל מיר אויסקוועטשן פאר אומזינסט, וועל איך
אויסנוצן דעם געלעגענהייט און עהם פרעגן מיינע שאלות, וואס איך זוך צו פרעגן
איינעם א ידען – איינער וואס קען אסאך.
נו אפשר זאגט איר מיר פשט אינעם מנהג פלוני? וואס איז די יסוד פונעם
מאמר פלוני?
און דער יוד ענטפערט מיר נישט וואס איך פרעג, נאר הייבט מיר אן
מוסר'ן..
דו מיינסט אז צו פארשטיין תורה, קען מען אריינפאלן אין א ליקוט הלכות,
און אלעס וויסן? מ'הייבט אן לערנען חומש, נאכדעם משניות, נאכדעם גמרא, נאכדעם שלחן
ערוך, אבער פון דיינע שטותים און ביכלעך וואס דו מאכסט, וועסטו קיין סאך נישט
אויפטון אויפן וועלט.
כ'מיין ס'צייט זאלסט אנהייבן טראכטן וועגן א שידוך.. און נישט זיין
פארטון אין הוילע שפילערייען און נארישקייטן.
- קודם כל ר' יוד, איך זיך יא א שידוך, און כ'האב שוין אסאך געטון
דערין, און כ'טו נאך אלץ! מ'זאגט דאך, ''אליין זאל זיין א שטיין''.. אזוי האב איך
עהם געענטפערט, קלערנדיג, מסתמא ווייסט ער נישט, אז איך בין גראדע יא זייער ערנסט
אין וועלן א שידוך.
ניין, דו זוכסט נישט! אזוי צו זיצן און פרעגן אלע דיינע קשיות, וועסטו
קיין שידוך נישט טרעפן..
הערטס מיך אויס, איך האב אייך געפרעגט עפעס אנדערש, און איר ענטפערט
מיר נישט יענס, נאר עפעס וואס כ'האב – במחילת כבודכם – נישט געפרעגט.. אבער יעצט
פרעג איך אייך יא! אפשר ווייסט איר עפעס פאסיגס פאר מיר?
קודם לאז אפ אלע שטותים, וועסטו 'אנהייבן' צו לעבן מיט א תכלית.
---
וואס האט יענער אויפגעטון? איך האב מיך דערמאנט באלד פונעם עפיזאד פון
'חיים האלשטוק'.
איך טראכט יעדע רגע פון טאג וועגן דעם, און ס'בייסט מיר די יסורי
הנפש, אויף מיין מצב, און ער דערמאנט מיך!!!
אזעלכע פסוקים פאסירן, נישט דווקא אין די ניין טעג, און מער ווי
איינמאל, דאך האט עס פאסירט אין די ניין טעג אויך, און כ'האב מיך מתבונן געווען, אז
אויסער זיך אויסרעדן דאס הארץ, פאר ווער ס'וויל מיך אויסהערן – און געוואונען
רחמנות פון אנדערע, וואס קען מען דערפון פארדינען ממשות.
האב איך אפגעשריבן א ארטיקל איבערן צער פונעם בית המקדש און די שכינה,
וואס איז אויך 'כאלמנה', און וויינט אויך – עד מתי לא תרחם.. חדש ימינו..
אבער אז מ'רעדט שוין, וואס האט מען טאקע פון מיט-שפירן מיט יענעם?
ווייל מיר גלייבן וואס די הייליגע חז''ל זאגן, אז יעדע פיצעלע יסורים,
בגוף ובנפש, איז אויפן וואגשאל פון גאר פונקטליכע חשבון לפני בורא הכל, און יעדע
קרעכץ, סיי פון א חבר, סיי פון א אומבאקאנטער, אבער וועגן דיין פראבלעם, גייט עס
אויף דיין חשבון לטובה, למען ייטב לך באחרית הימים, ווען ס'וועט קומען די לעכטיגע
ישועה.
ווי דער הייליגער אריז''ל זיעועכ''י, האט געזאגט, אז היינט, איין
קרעכץ פון א יוד, איז מער ווערד, ווי כמה וכמה תעניתים וסיגופים פון די גאר
פריערדיגע ראשונים כמלאכים.
אבער מצד שני, וויפיל מ'דארף אכטונג געבן מיט די ווערטער וואס מ'זאגט
פאר יענעם, מיט די אומזינסטע שנאה רייד, די שנאת חינם וואס די לעכטיגקייט פונעם
וועלט איז צוליב דעם טונקל געווארן.. אז מ'קען יענעם צושניידן לעבעדיג, מיט א
ווערטל אין די אומריכטיגע פינטל.
יענעם בין איך דן מיטן פסוק 'כי לכל העם בשגגה' אז ווען ער וואלט
געוואוסט וואספארא חורבן ער זייעט אן מיט זיין צונג, וואלט ער אנטלאפן ביזן קוטב
הצפוני, נישט נכשל צו ווערן אין דעם פליטת פה, אבער ער ווייסט זיכער נישט.. און ער
מיינט אז ס'איז עת לדבר..
וועגן דעם האב איך גענומען דעם פענע, און קודם מפרסם געווען דעם ערשטן
מאמר, און שפעטער יעצט ביישוב הדעת, די צווייטע מאמר. און אויב ס'וועט ברענגן
התבוננות צום גוטן, זאל עס אוודאי אויפטון א גאולה כללי פאר אונז אלעמען – כלל ישראל
דעם הייליגער פאטער'ס עם הנבחר. אמן.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה
שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.