רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 24 במאי 2016

האהרונים מכים על חטא שקברו את יצחק רוזנברג במקום שמבזה את אדמור"י סאטמאר

מאת אהרוני

א קלער אויף די פרישע קבר פין רבי יצחק ז''ל
מיט גרויס צער שרייבען מיר די שורות ווען מען האלט נאך אין די ימי השבעה פין אינזער חשובע אין געטרייע ראש הקהל ז''ל וואס איז א טראגיש נעדר געווארען פין אינז. זיינע גרויסע זכותים וועלן אים אוודאי זיין לזכות ובגן עדן תהא מנוחתו
עס איז זייער א שווערע וואך אריבער פאר אחב''י בכלל אין פאר תלמידי וחסידי סאטמאר בפרט. מיר ווילען נישט אריינגיין אין קיין פרטים
אבער מיר ווילען דא אויסשמיסען איין נקודה. כי אנשים אחים אנחנו אלע דא זענען חסידים אין געטרייע סאלדאטען פאר אבינו רועינו מרן רבינו  עטת''ר שליט''א
(מיר ווילען טאקע בעטען מפני הכבוד אז עס זאל נישט ארומגעשיקט ווערן פאר אנדערע- עס איז פנימי גמור)
עס רייסט שטיקער פין אינז אין די צער איז זייער גרויס ווי מיר האלטען דא אין מיר ווילען קלאר מאכען אז נישט די מקום ווי מען האט מטמין געווען אינזער געטרייער ראה''ק  ז''ל איז די נושא. דאס איז א נושא וואס דער צד שכנגד איז עוסק אין דאס איז נישט אינזער נושא
מיר ווילען אבער יא מרחיב בדיבור זיין די וועג וויאזוי דאס איז ציגעגאנגען
עס איז בבחינת או לי אם אומר או לי אם לא אומר
עס איז היינט א  וועלט ווען אלעס פארט ארום אין איין רגע זעהט מעהן אלעס די בושה איז עד לב השמים ווען מען זעהט ווי די חשובע תלמידי הישיבה גרייטען צי די מקום הקבורה מיט אזא זולזול עד אין לשער
מיר ווייסען טאקע אז בחורים זענען יונג אין זיי באגרייפען נישט וואס דא האט פאסירט אין וואס דא איז געשעהן. אבער די ביזיונות איז נורא ואיום ווי מען זעהט ווי די טראקטער מצד די חברא קדישא איז גרייט צי גראבען א קבר אין די בחורים קימען מיט געלעכטער  אין גראבען א צווייטע קבר
וואס האט דא פאסירט ?? וואס איז געשעהן מיט אינז ??
לאן היגענו ?? ווי איז אינזער הנהגה??
ווי זענען די חברה קדישא??? ווי זענען די ראשי הקהלה???
האלט מען שוין ביי דעם אז די קאסע פין די חברה קדישא איז ליידיג אז עד כדי כך אז מען מיז נעמען בחורי חמד צי גראבען א מקום קבורה ??
עס רייסט ביים הארץ ווען דאס הפקרות שרייט זיך אין די גאסען
דאס איז די ''הנהגה'' וואס מיר האבען זיך אזויפיל יארען געפלאגט
מיר ווייסען אין דענקען זייער גיט דעם ''ראשיתך מצער'' אין מען איז אין א געוויסע זין נאך אלץ נישט ארויסגעקראכען דערפין
מיר האבען זיך זייער זייער אסאך מאל פארשמירט די הענט מיט זאכען וואס איז נישט געווען א לכתחילה
אבער מיר האבען געוויסט אז מיר זענען לוחם פאר איין ציל אין איין מטרה
אז די הייליגע קהלה וואס די רבי די דברי יואל האט מייסד געווען בדם לבבו אין דאס איז ווייטער געפירט געווארען בכל כח של ממשיך דרכו די רבי די ברך משה זאל חס ושלום אריינפאלען ביד  זדים אין ''הפקר יונגען'' די יחידים המשתלטלים על הציבור וכו'
מיר האבען לוחם געווען בכל מה דאפשר אז די הפקר יונגען זאלען נישט האבען קיין שליטה אויף אינז
מיר האבען זיך אלע מדבק געווען באילנא דחיי מרן רבינו שליט''א
עס איז געווען זייער שווערע צייטען
עס איז געווען זייער נישט געשמאק צי גיין אין געריכט צום גוי – אפילו מיר זענען געגאנגען בלית ברירה ווייל דער צד שכנגד זענען געווען מסרבים לדין- אבער מיר האבען געוויסט איין זאך אז מיר ווילען ''הנהגה'' מיר ווילען נישט קיין הפקרות אין אז עטליכע אלקאהליקס זאלען זיין אינזערע מנהיגים
מיר הבען זיך מיט גרויס צער אין עגמת נפש זיך מונע געווען פין נהנה זיין פון צורת פני צדיק פין אינזער הייליגע רבי די ברך משה זצוק''ל
אלעס ווייל מיר האבען נישט געוואלט זיין מיט די הפקר יונגען תחת קורת גג אחד
אין מיט רעכט האבען מיר געטאן אלע פעולות מציל צי זיין די נכסי ציבור פין די הפקר יונגען וואס האבען זיך משתלט געווען על הציבור
אלעס ווייל מיר האבען געוויסט איין זאך אז צי קענען מגדל זיין ערליכע דורות איז די גרעסטע יסוד ''הכנעה'' פאר'ן מנהיג
אין נאר דורך די ריכטיגע הכנעה וועט מען האבען הצלחה בס''ד
אין מיר האבען געמאכט די ''ברוך שפטרנו''
אפילו עס איז געווען זייער שווער אין מיט פיל עגמת נפש מען האט זיך אפגעטיילט פין אלטע גיטע פריינד קרובים וכו'
אלעס מיט די מטרה אז מיר ווילען זיין מיט ''הנהגה''
אין ביי די צד שכנגד וועט נישט זיין קיין הנהגה עס וועט זיין איין שטיק הפקרות
אין פין דעם האבען מיר געמאכט די ווייטאגליכע שווערע ''טיילונג''
יארען ריקען זיך עס איז אריבער שווערע צייטען אין ברוך השם אויך גיטע צייטען
אבער מיר האבען אייביג געשפירט אז די ''הנהגה'' איז נישט מיט א שלימות
מיר ווערען געפירט דורך א כת פין הפקר יונגען אין צייטונג'ס לייט
אבער די רעדעל גייט נישט אויף צוריק
אין מיר זענען זייער שטאלץ מיט אינזער רועה נאמן לעדתו מרן רבינו שליט''א ולאורו נסע ונלך עד ביאת גואל
אבער ליידער ליידער מעשה שטן הצליח ועדיין מרקד במחנינו
מיר זענען טאקע פטור געווארען פין די אלטע הפקרות פין די אלטע קליקע הפקר יונגען
אבער ויקם מלך חדש
עס טיט וויי דאס הארץ צי שרייבען
אבער עס איז ליידער מקוים געווארען מלך אסור ברהטים אינזער געטרייע רועה נאמן האט נישט דאס לעצטע ווארט אויף עניני הנהגת הקהלה
מיר האבען זיך דערזעהן יענע וואך מיטוואך אז די ''הנהגה'' ליגט אין די האנט פין צייטונגס לייט
בו בזמן ווען די געטרייע חברא קדישא האבען בהסכמת רבינו געוואלט גראבען א קבר אין בפתע פתאום זענען אינזערע אייגענע מופקרים געקימען מיט א גאנצע קבוצה בחורים אז די געטרייע חברא קדישא האבען געמאכט א ויברח באימה ובפחד
די געטרייע ראה''ק פין קר''י זענען אריינגעגאנגען בקודש פנימה אין זענען ליידער נבהל ונשתומם געווארען צי זעהן ווי ליידער ליידער איז די הנהגה רוחני פארכאפט ביי די כת הנ''ל ואי אפשר להאריך יותר מפני הכבוד
זינט מיטוואך ווי מען דרייט זיך צי עס זאל זיין בין אנ''ש צי אויף די גאס
מיז מען זיך ממש באגראבען פאר בושה
פארדעם האט מען זיך געשלאגען אזויפיל יאר???
פארדעם האבען מיר מקריב געווען אינזער לב והנשמה שבמוחי???
פארדעם האבען מיר מיט א שווערע געמיט גורם געווען במיקיפן צער ועגמת נפש למרן רבינו הברך משה זצ''ל ???
פארדעם האבען מיר זיך משתתף געווען בגוף ובממון צי בויען די חומה להבדיל בין טמא לטהור??
פארדעם האבען מיר געמיזט יארען לאנג גיין בערכעות של עכו''ם ???
ועוד ועוד ......
זאגט מיר א ידיד דעם שבת- זאת ועוד ווען בו בזמן ווען מיר זענען זיך מצטער מיט אינזערע הפקר יונגען איז ממש צי שטוינען ווי דער צד שכנגד שטייט איתן כחלמיש מיט עניני הנהגה!!
דער מנהיג זייערע האט טאקע נישט אלפים ביי זיינע טישען אין תפילות
אבער עס איז דא א ווירטשאפט! עס איז דא ארדענוג! עס איז דא א מנהיג וואס זאגט יא! עס איז דא א מנהיג וואס זאגט ניין !
ואידך פרישא זיל גמור
עס איז מיר זייער שווער ווייטער ממשיך צי זיין
די צער איז זייער טיף
דאס איז נאר געשריבען דא פאר די חברים באופן פרטי- ביטע נישט ארומשיקען ווייטער

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.