רשימת הבלוגים שלי

יום שלישי, 17 בינואר 2017

הסאטמארים לועגים לנסיון הנגיד רבי בערל ווייס מלוס אנג'לס להשכין שלום בין אדמור"י סאטמאר שנכשל


היסטארישער סאטמאר שבע ברכות אפּדעיט #3

עס איז אויסגענומען געווארן פארשידענע תנאים פון ביידע צדדים ווי צד מהר״א און צד מהרז״ל האבן מסכים געווען צו די אפּמאכן; 

צד מהר״א האט פארלאנגט: אז משה גבאי קען בשום אופן נישט אנטייל נעמען ביים היסטארישען שבע ברכות אצל נכדי רבינו בעל ברך משה, דער גורם פון די גאנצע סאטמארע מחלוקה.

צד מהרז״ל האט פארלאנגט: אז רעבעצין סאשע קען נישט אנטייל נעמען ביי די שבע ברכות ווייל זי רעד עברית און אזוי ווייטער. 

עס איז אפּגעמאכט אויף 3 מיטאג אז ביידע אדמורים גייען ארויף גיין צום ציון הקדוש אין קרית יואל מקום מנוחתם פון רבותינו הק׳ אין באגלייטונג פון א גאר ענגע צאל גבאים און ראשי קהילה מיט א גרויסע פאליצייאישע וואך, צוגעשטעלט דורך הרבני התורני משמח אלוקים משה לייב וויטראל ראש המשטרה בעיר.

פון דארט גייט די קעניגליכע משלחת פון האחים האדמורים צופארן צום הויפט אפיס פון די קהילת בני יואל און גיסן בליי אויף די שוועלן פונעם קהילה עס זאל בטל ווערן כהרף עין. און סאטמאר זאל זיך צוריק פאראייניגן און איין גרויסער פעסטונג צו קענען שטיין על המשמר קעגן אלע פירצות הדור און בעיקר קעגן דעם געפערליכן אבן נגף די סמארט פאוינס, (ציונת לאזן זיי איבער פאר מנשה פילעפף און שמאול שלמה טעללער אינעם בלאט און אינעם איד) 

דערנאך פארן זיי ווייטער צום ביהמ״ד הגדול דקיט״ל אויף 5 גארפילד רד. ווי מהר״א וועט מכבד זיין דעם אינגערן ברודער מהרז״ל מיט א מזוזה קלאפן ביים נייעם שטיבל וואס איז ביים מקום התפלה בבית המדרש וואס פירט אריין אינעם דירה פון רביה״ק זי״ע. 

פון דארט פארן זיי ווייטער צום נייעם מקוה טהרה פון די מוסדות ויואל משה ווי מהרז״ל וועט מכבד זיין דעם עלטרען ברודער מיט א טינק אינעם נייעם בור הטבילה וואס איז נארוואס פארפארטיגט געווארן.

ביז אהער איז פּאנעל נומער 3 

ווי נאר די מערכת וועט אריינבאקומען נאך אינפארמאציע וועט דאס געמאלדן ווערן.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה

שים לב: רק חברים בבלוג הזה יכולים לפרסם תגובה.